אויסשטעלונג

  1. דער רעליגיעזער פּאָעט
הערעוודיקע ווערסיע : ערשטער טייל

אַהרן צייטלין, סוף 1960ער – אָנהייב 1970ער יאָרן.

אַהרן־אליעזר צייטלין (1898־1973), ייִדיש־העברעיִשר פּאָעט און דראַמאַטורג, ציט ווײַטער, אויף אַ גאָר מאָדערנעם אופֿן, די ייִדישע מיסטישע טראַדיציע וואָס עס האָט אין אים אײַנגעפֿלאַנצט זײַן טאַטע, דער מיסטישער פֿילאָסאָף און קעמפֿערישער זשורנאַליסט הלל צייטלין (1872־1942). ער זעט אין איר אַן אויסגעצייכנטן מכשיר תּופֿס צו זײַן אַ וועלט וואָס שטעלט דעם מענטשן כּסדר פֿאַר די זעלביקע רעטענישן און סתּירות. דורך דער פּריזמע פֿונעם ייִדישן גורל דערגרייכט זײַן נבֿיאישער קוק אַן אוניווערסאַלע מדרגה.

אַהרן צייטלין איז אַן אויסנעם צווישן מאָדערנע ייִדישער שרײַבער. ער איז אַ רעליגיעזער פּאָעט, כאָטש זינט אָנהייב 19טן יאָרהונדערט איז שרײַבערײַ בײַ ייִדן געוויינטלעך געווען פֿאַרבונדן מיטן אָפּפֿרעגן, כאָטש צום טייל, די רעליגיעזע טראַדיציע. דאָס מיינט נישט אַז בײַ ייִדישע שרײַבער ביז דער ערשטער וועלט־מלחמה טרעפֿט מען נישט קיין רעליגיעזע עלעמענטן. פּונקט פֿאַרקערט — בײַ דער מערהייט שרײַבער געפֿינט מען דווקא יאָ דעם אַלטן ייִדישן לעבנס־שטייגער, די טראַדיציאָנעלע ווערטן און גלייבענישן. מע געפֿינט בײַ זיי אויך די קריזיסן פֿון דער פֿרומער ייִדישער וועלט, וואָס קומען פֿון די עקאָנאָמישע ענדערונגען, פֿון דער פֿאַרוועלטלעכונג, פֿונעם אַנטיסעמיטיזם, פֿונעם אויפֿקום פֿון די סאָציאַליסטישע און ציוניסטישע שטרעמונגען, פֿון דער עמיגראַציע. נאָר די מערהייט מחברים באַהאַנדלט די רעליגיעזע ירושה פֿון אַ דרויסנדיקן קוקווינקל, אַפֿילו ווען זיי באַניצן זיך מיט חסידישע און משיחישע מאָטיוון.

בײַ צייטלינען אָבער מיינט רעליגיעזקייט נישט דאָס אייגענע ווי שרײַבן וועגן פֿאָרמעל רעליגיעזע פּערזענלעכקייטן אָדער פֿאַקטן. ער קוקט אויף זיך ווי אויף אַ ממשיך פֿון די צפֿתער מקובלים פֿון 16טן י״ה, בראָש מיטן אַר״י (ר׳ יצחק לוריא אַשכּנזי, 1534—1572). אין זײַנע ווערק ווערט יעדער ענין געטײַטשט אינעם אַר״יס גײַסט. לעבן, טויט, לאַנדשאַפֿט, נאַטור, געזעלשאַפֿט, פּאָליטיק, געשיכטע, קונסט, מענטשן, ערטער — אומעטום שטעקן שליסלען צו פֿאַרשטיין ווי עס ווירקן איינס אויף ס‘אַנדערע ערד און הימל, דאָס מענטשלעכע און דאָס געטלעכע.

אָפֿט קומט מיר פֿאָר :
כ׳בין נישט פֿון הי —
איך בין פֿון צפֿת
און פֿון אַר״י.
[…]
פֿון אַלטן ליכט
וואָס רינט נאָך, רינט,
אָ בלוט מײַנס, דורך
דײַן לאַבירינט.

הלל צייטלין אַרום 1910.

דער „בלוט־לאַבירינט“ זײַנער פֿירט טאַקע צוריק צו דורות פּראָמינענטע פֿיגורן פֿון חב״דער חסידות און באַזונדער צו זײַן טאַטן, הלל צייטלין, וואָס איז אומגעקומען אין וואַרשעווער געטאָ און וועמען אַהרן האָט באַצייכנט ווי „דער נבֿיא פֿון פּוילישן ייִדנטום“. 

פּונקט ווי זײַן טאַטע, האָט אַהרן צייטלין געשריבן סײַ ייִדיש, סײַ העברעיִש, אָבער זיך דעפֿינירט דווקא ווי אַן איינשפּראַכיקער דיכטער. ער האָט נישט געמאַכט קיין חילוק צווישן דעם פֿון אַלעמען פֿאַרהייליקטן לשון־קודש און דעם כּלומרשט וואָכעדיקן ייִדיש. „איך שרײַב אויף איין שפּראַך. איך שרײַב לשון־קודש אויף ייִדיש און אי שרײַב לשון־קודש אויף העברעיִש. בשעת איך שרײַב אַ ליד אויף ייִדיש, פֿיל איך גאָרניט אַז איך שרײַב אויף ייִדיש. בשעת איך שרײַב העברעיִש, פֿיל איך גאָרניט אַז איך שרײַב אויף העברעיִש. איך שרײַב אויף דעם לשון־קודש פֿון ייִדישע נשמות“.

פֿון רעכטס : אַהרן צייטלין (ליגט קראַנק), צבֿי־זבֿולון ווײַנבערג און הלל צייטלין. 1930ער יאָרן. פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון הלל צייטלינס איידעם, .נחום האָכערמאַן

2. קאָסמישע דיכטונג אויפֿן פֿאָן פֿון די אַוואַנגאַרדן

הערעוודיקע ווערסיע : צווייטער טייל
אַ גרופּע ייִדישע שרײַבער אין וואַרשע אין די 1920ער יאָרן. פֿון רעכטס : מלך ראַוויטש, אַהרן צייטלין, יצחק באַשעוויס (שטייט), יוסף אָפּאַטאָשו, יוסף קירמאַן, קאַדיע מאָלאָדאָווסקי.

צייטלין איז אַ פֿילזשאַנערדיקער שרײַבער : פּאָעזיע, דראַמע, עסיי, ראָמאָן. אין גרונט אָבער איז ער אַ פּאָעט אינעם קלאַסישן זינען פֿונעם וואָרט, וואָס נעמט אויך אַרײַן טעאַטער־שאַפֿונג. ער באַווײַזט זיך אין דער ייִדישער ליטעראַטור אין סאַמע אַוואַנגאַרדיסטישן קאָך פֿון די ערשטע צוואַנציקער יאָרן אין וואַרשע. אַזעלכע שרײַבער ווי משה בראָדערזאָן (1890—1956), פּרץ מאַרקיש (1895—1952) און אורי־צבֿי גרינבערג (1896—1981) שאַפֿן — אינעם גײַסט פֿון נאָכמלחמהדיקן פּאָעטישן עקספּרעסיאָניזם — אַ מין פּאָעזיע וואָס וויל אָפּשפּיגלען דעם וועלטכאַאָס דורך בילדער פֿון גוואַלד־מעשׂים און פֿאַרשוועכערישע אויסדרוקן. זיי גרינדן נײַע זשורנאַלן באַקאַנט צו מאַכן זייערע ווערק. די נײַע שטרעמונג געפֿינט אַ ברייטן אָפּקלאַנג צווישן דער יוגנט. 

דער קאַמף צווישן זינען און כאַאָס

צייטלין דער טאַטע שטורעמט אין דער פּרעסע קעגן דער „פֿאַרקריפּלטער עסטעטיק“ בײַ די אַוואַנגאַרד־טרעגערס. אַהרן צייטלין אָבער וויל בעסער רעאַגירן דורך קינסטלערישער יצירה. זײַן אַפּאָקאַליפּטישע פּאָעמע מטטרון (1922) קען אָנגענומען ווערן ווי אַ סובטילער אָפּרוף אויף דער פּאָעמע מעפֿיסטאָ פֿון אורי־צבֿי גרינבערג (1896—1981), וואָס איז דערשינען מיט אַ יאָר פֿריִער. דער נוסח איז אויך אַוואַנגאַרדיסטיש, נאָר בשעת גרינבערג באַניצט זיך מיט גאָט־לעסטערונג און בילדער פֿון טיפֿסטן פּעסימיזם כּדי צו באַשרײַבן אַן אומזיניקע, בלויז פֿון שלעכטס געטריבענע וועלט, שילדערט צייטלין אַ באַשאַף מיט אַ זינען, אין וועלכן די כאַאָטישע מענטשנוועלט, דאָס וואָס מע רופֿט געוויינטלעך „די געשיכטע“, איז בלויז איין פּנים פֿונעם אייביקנס פּלאַן.

אַהרן צייטלין, מטטרון, אַפּאָקאַליפּטישע פּאָעמע, וואַרשע, 1922.
אַ גרופּע ייִדישע שרײַבער אין וואַרשע אין די 1920ער יאָרן. פֿון רעכטס : מלך ראַוויטש, אַהרן צייטלין, ישׂראל־יהושע זינגער, יצחק באַשעוויס, רחל קאָרן.

זײַנע‭ ‬באַליבטע‭ ‬טעמעס‭ ‬פֿון‭ ‬די‭ ‬צוואַנציקער‭ ‬און‭ ‬דרײַסיקער‭ ‬יאָרן‭ ‬זענען ‭ : ‬דער‭ ‬כּסדרדיקער‭ ‬קאַמף‭ ‬צווישן‭ ‬ספֿקות‭ ‬און‭ ‬גלויבן‭ ‬אין‭ ‬זײַן‭ ‬אייגענער‭ ‬נשמה‭, ‬די‭ ‬סודותדיקע‭ ‬שפּיל‭ ‬פֿון‭ ‬ווײַבלעכס‭ ‬און‭ ‬מענלעכס‭, ‬דער‭ ‬דאָרשט‭ ‬נאָך‭ ‬התגלות‭.‬

לוחות פֿון סיני אַנטקעגן זשורנאַליסטישע פּלאַקאַטן

אין אַ ריי לידער און פּאָעמעס וואַרפֿט צייטלין אָפּ, אָפֿט מאָל סאַטיריש, יעדע פּאָליטישע פּראָגראַם וואָס וואַקסט נישט פֿון אַ גײַסטיקער וויזיע, און יעדע ליטעראַטור וואָס אין איר רעאַליזם נעמט זי נישט אַרײַן „די אַנדערע רעאַליטעט“ — דאָס אויסערמענטשלעכע און איבערמענטשלעכע. באַזונדערש חוזקט ער פֿון די קליינלעכקייטן אין דער ליטעראַרישער סבֿיבֿה : כּבֿוד־זוכערײַ, קרײַזלעך־גײַסט, קעגנזײַטיקע חניפֿה. ער איז אויך זייער קריטיש צו זיך אַליין, אויף וויפֿל ער איז פֿאָרט אָנגעשטעקט מיטן חטא וואָס ער וואַרפֿט פֿאָר זײַן גאַנצן ייִדישן דור :

מיר זענען די סתּירה פֿון גאָטס יצירה,
מיר זענען די לוחות און דער פּלאַקאַט.
[…]
און טאָמער ווערט אונדז געבוירן אַ נבֿיא —
נעמט ער און ווערט אַ זשורנאַליסט.

אַהרן צייטלין.

ווי זײַן טאַטע, איז צייטלין פֿײַנטלעך צו פּאַרטייען און צו פּאָליטישע ליניעס, אָבער אין אַלגעמיין האַלט ער פֿון אַ ציוניזם וואָס זאָל זוכן זײַן וואָרצל אין מיסטיק, אַזאַ וואָס געפֿינט דערווײַל נישט קיין אויסדרוק אין דער גאַמע פֿון די פּאַרטייען און שטרעמונגען. נאָכן חורבן קומט נאָך שטאַרקער צום אויסדרוק זײַן שאַרפֿע ייִדישע נאַציאָנאַלע שטעלונג.

קאַריקאַטור „מאָדערנע שלח־מנות” (דער מאָמענט, דעם 14טן מאַרץ 1922). דרײַ אַוואַנגאַרדיסטישע פּאָעטן (מלך ראַוויטש, משה בראָדערזאָן, פּרץ מאַרקיש) ברענגען הלל צייטלינען זייערע לעצטנס אַרויסגעגעבענע ביכער לידער.

3. דער דראַמאַטורג

הערעוודיקע ווערסיע : דריטער טייל

עס דאַרפֿן לידער ווי אליהוס
אַרײַן אין שטיבער פֿון בידנע ברידער.
איך וואַרט אויף לידער, וואָס ווערן דיכטער,
און וואַרט אויף דיכטער, וואָס ווערן לידער.

אָ, טאָג, וואָס וועט אַלע טעג באַליכטן,
ווען ס׳ווערן דיכטער דאָס, וואָס זיי דיכטן,
ווען ס׳קריגן לידער בלוט און געזיכטער,
גייען צו מענטשן — און ווערן דיכטער.

ווען ס׳קריגן לידער בלוט און געזיכטער

אַהרן צייטלין‏.

אַזעלכע סטראָפֿעס האָט אַהרן צייטלין אָנגעשריבן אין 1929. אָט דעם באַגער, אָנצוטאָן אין מענטשן־געשטאַלט זײַן פּאָעטישן וועלטבאַנעם, נעמט ער אין דער זעלביקער צײַט פֿאַרווירקלעכן דורך שאַפֿן אין אַ פֿאַר אים נײַעם זשאַנער — טעאַטער. אין משך פֿון אַ ביסל מער ווי איין יאָרצענדליק שרײַבט ער אָן גאַנצע נײַן פּיעסעס — שטאַרק באַנײַערישע דראַמעס, קאָמעדיעס, מיסטעריעס. טייל פֿון זיי זענען געדרוקט געוואָרן אין די זעלבע יאָרן; אַנדערע — אַ סך שפּעטער אָדער געבליבן אין מאַנוסקריפּט. טייל פֿון זיי — נישט דווקא די געדרוקטע — זענען אויפֿגעפֿירט געוואָרן קורץ נאָכן אָנשרײַבן; אַנדערע — אַ סך שפּעטער אָדער קיין מאָל נישט.

אין צענטער פֿון צייטלינס אַ טעאַטער־ווערק שטייען אָפֿט היסטאָרישע אָדער אַקטועלע געשטאַלטן און פּאַסירונגען, אָבער דאָס היסטאָרישע איז אָפֿענערהייט נישט מער ווי אַ לבֿוש פֿאַר דעם אַלעגאָרישן. אים גייט אין באַווײַזן די גרונט־נטיות פֿונעם ייִדישן און מענטשלעכן קיום אויף דער וועלט, אין אַ כּסדרדיקן איבעררוף מיט מעטאַפֿיזישע כּוחות.

נעכטן, הײַנט, מאָרגן און אייביק

אַהרן צייטלין‏.

די דראַמע יעקבֿ פֿראַנק, אַרום דעם משיחישן אויפֿברויז פֿון 18טן י״ה, איז אַ קריטיק פֿון יעדן מענטש־צענטרירטן אויסלייזונג־אידעאַל. דער הויפּטהעלד פֿון ברענער איז קוים מיט עפּעס דער שרײַבער יוסף־חיים ברענער וועמען אַן אַראַבישער איבערפֿאַלער האָט אומגעברענגט אין ארץ־ישׂראל אין 1921 ; בעיקר איז ער דאָס געוויסן וועלכן עס פּײַניקן די מיסטעריעס פֿון קאָלעקטיוון ייִדישן גורל. די האַנדלונג פֿון ייִדנשטאָט קומט פֿאָר אין מיטל־עלטער אין דײַטשלאַנד ; איר ענין איז די ברירה צווישן ביידע געשטאַלטן פֿון ייִדישן ווידערשטאַנד קעגן רדיפֿות : ערדישע קראַפֿט אָדער קידוש־השם. אין דזשייקאָב דזשייקאָבסאָן קומט דער סיפּור־המעשׂה פֿאָר ממש אין דער צײַט ווען די פּיעסע דערשײַנט ; דאָס איז, צווישן אַנדערס, אַ בײַסיקע רעליגיעזע קריטיק פֿונעם מיליטאַריזם וואָס ליגט אין וואָרצל פֿון אַלע פּאָליטישע רעזשימען. אסתּרקע און קאַזימיר דער גרויסער ניצט אויס די אַלטע לעגענדע וועגן דעם ייִדישן ווײַב פֿון איינעם פֿון די ערשטע גרויסע פּוילישע קעניגן, אַרײַנצובליקן אינעם סך־הכּל פֿון אַ יאָרטויזנט צוזאַמענלעבן פֿון ייִדן און פּאָליאַקן אויף פּוילישער ערד. דער וועבער פֿון באַלוט, אַ קאָמישע שפּיל, באַציט זיך צום דורכפֿאַל פֿון יעדן מענטשלעכן פּרוּוו אײַנצופֿירן יושר אויף דער ערד. אין די ייִדישע מלוכה אָדער ווייצמאַן דער צווייטער געפֿינט מען בעיקר אַ שאַרפֿזיניקע גראָטעסק־האַנדלונג וואָס באַלײַכט טיף דעם מעמד פֿון ייִדן צווישן פֿעלקער און זייער מאָדנע באַציִונג צום געדאַנק פֿון נאַציאָנאַלער מלוכישקייט.

אַ סצענע פֿון אַהרן צייטלינס פּיעסע כעלעמער חכמים, אויפֿגעפֿירט דורך מאָריס שוואַרץ (ייִדישער קונסט־טעאַטער, ניו־יאָרק, 1933).

מיט אין קיינעמס לאַנד — אַ דראַמע וועגן דעם גירוש פֿון די סודעטן־ייִדן נאָך דעם נאַצישן אַרײַנדרינג אין 1938 — שליסט זיך דער ציקל פֿון צייטלינס טעאַטער־שאַפֿונג אויף ייִדיש. מע מעג אָבער צוגעבן זײַן איבערזעצונג פֿון שעקספּירס דער שטורעם, אויפֿגעפֿירט אין אָקטאָבער 1938 אונטער דער אָנפֿירונג פֿון נישט־ייִדישן באַרימטן פּוילישן רעזשיסאָר לעאָן שיללער, ווי אַ דעמאָנסטראַציע פֿון אַנטי־היטלעריזם.

אַ פֿראַגמענט פֿונעם פּלאַקאַט צו אַהרן צייטלינס פּיעסע אין קיינעמס לאַנד, אויפֿגעפֿירט דורך דוד ליכט (בוענאָס־אײַרעס, 1940).

4. חורבן און גלויבן

הערעוודיקע ווערסיע : פֿערטער טייל
אַהרן צייטלין, לידער פֿון חורבן און לידער פֿון גלויבן, אַלע לידער און פּאָעמעס אין צוויי בענד, ב‘ 1 (ניו־יאָרק, 1967).

דאָס פֿאָרגעפֿיל פֿון אַ זיך אָנרוקנדיקער אומגעהײַערער קאַטאַסטראָפֿע קומט צום אויסדרוק אין צייטלינס שאַפֿונג פֿון אָנהייב אָן און פֿאַרשאַרפֿט זיך אין די דרײַסיקער יאָרן. אין אײַנקלאַנג מיט זײַנע מיסטישע איבערצײַגונגען, זעט ער אין אַזאַ וועלט־איבערקערעניש דעם נייטיקן באַדינג פֿאַרן אַחרית־הימים, די „חבֿלי־משיח“, די געבורטווייען פֿון דער אויסלייזונג.

נאָכן גרויל, די גאולה ?

שוין אין 1922, אין דער פּאָעמע מטטרון, זעט ער זיך ווי :

אַ מענטש, וואָס וועט ליגן צעטראָטן
הײַנט אָדער מאָרגן
אונטער דער זויל פֿון זײַן ברודער דעם כאַם

אָבער זײַן ביטער ווייגעשריי פֿאַרוואַנדלט זיך אין יובל, ווײַל ער דערבליקט שוין אויפֿן האָריזאָנט די ליכטער פֿון אויסלייזונג. אין 1931 שרײַבט ער אין „שטורעמליד“ :

איר קינדער אָדמס, איר זענט געוואָרן
די קרענק דער ערדס און אירע באַצילן.
גאָט טוט שוין תּפֿילה צו נײַע שטורעמס,
וואָס וועלן, צעשטערנדיק, טאָן זײַן ווילן.

נאָר די האָפֿערדיקע שטימונג טרעט אָפֿט מאָל אָפּ פֿאַר די ספֿקות, וואָס רײַסן זיך אַרײַן אינעם פּאָעטס געמיט מיט בילדער פֿון אַ סטיכישער אימה, ווי אין דעם ליד „גאַלאָפּ“, פֿון 1934 :

די נאַכט אַלץ טיפֿער — די שטערן אַלץ ווײַטער.
רײַטער — רײַטער — באַלד קומען די רײַטער.
קומען די רײַטער — און וואָס — וואָס ווײַטער ?
איבער וועמען קומט פֿאָר אַ דין ?
וווּהין
וווּהין,
וווּהין וועט מען פֿירן, מײַן קינד ?

„דנאָען“, אַ לענגערע פּאָעמע פֿון 1936 וואָס האָט פֿאַר אַן אונטער־טיטל „פּאַראַ־האַמלעטישע פֿערזן“, דריקט גוט אויס דאָס דאָזיקע וואַקלעניש צווישן, פֿון איין זײַט, דעם שטערבלעכן יחידס ייִאוש און, פֿון דער צווייטער, דעם פֿעסטן גלויבן אינעם זינען פֿונעם אין־סוף. אַזאַ שטימונג פּרעדאָמינירט אַזש ביז די ערשטע וואָכן פֿון וועלטקריג, ווען ער שרײַבט אין האַוואַנע, כּבֿיכול אין גאָטס נאָמען :

איך דאַרף אַזאַ וועלט נישט !
איך האָב זי פֿאַרברענט !

אמונה, דער תּכלית פֿונעם פּאָעטישן

נאָכן חורבן וועט אַהרן צייטלין באַדויערן וואָס ער האָט זיך געלאָזט פֿאַרפֿירן פֿון אַזאַ אַפּאָקאַליפּטישן ברען, אָבער אויך אין זײַן טיפֿסטער דערשלאָגנקייט וועט ער ווײַטער זיך ראַנגלען אַרײַנצושטעלן די מוראדיקע ייִדן־שחיטה אין די ראַמען פֿון זײַן גלייביקן וועלטבאַנעם. כאָטש עס קומט אים טייל מאָל אויס ביטער אויסצולאַכן זײַן אייגענעם גאולה־דאָרשט, בויט ער געדולדיק, אויך דורך זײַן גרויסער נאָכמלחמהדיקער שאַפֿונג אויף העברעיִש, אַ קאָנצעפּציע אין וועלכער אמונה איז די אונטערשטע שורה און דער זינען פֿון אַלץ וואָס ער האָט איבערגעלעבט ווי אַ יחיד, ווי אַ פּאָעט, ווי אַ דענקער. פֿאַר‭ ‬דער‭ ‬לעצטער‭ ‬אויפֿלאַגע‭ ‬פֿון‭ ‬אַלע‭ ‬זײַנע‭ ‬לידער‭ ‬און‭ ‬פּאָעמעס‭ ‬האָט‭ ‬ער‭ ‬אויסגעקליבן‭ ‬דעם‭ ‬טיטל ‭: ‬ לידער‭ ‬פֿון‭ ‬חורבן‭ ‬און‭ ‬לידער‭ ‬פֿון‭ ‬גלויבן‭.‬

אַהרן צייטלין, לידער פֿון חורבן און לידער פֿון גלויבן, אַלע לידער און פּאָעמעס אין צוויי בענד, ב‘ 2 (ניו־יאָרק, 1970).


צווישן פּלאָצק און וואַרשע


אין נאָך־מאַידאַנעק־יאָרן אָן גאָט
זע איך אַמאָליקע יאָרן.
אַ מאָל אין אַ זומער זע'מיר קאַ' פּלאָצק
איבער דער װײַסל געפֿאָרן,
קאַ' פּלאָצק מיט דער װײַסל געפֿאָרן.

אַן אײנציק כמאַרעלע פֿאָרט אין דער הױך —
װי קומט אַ װײַסל־פֿיש אױבן ?
ס'כמאַרעלע פֿאָרט און די װײַסל פֿאָרט.
כװאַליעס װי סטאַדעס טױבן,
אַ פֿישל אַ פֿרײלעכס אױבן.

און איך אױפֿן דאַמפֿערס דעק מיט איר,
דער ליבסטער פֿון װאַרשעװער טעכטער.
זײַן חופּה די בלױע שפּרײט גאָט איבער אונדז,
די זון װי אַ טעלער צעברעכט ער,
די זון אין דער װײַסל צעברעכט ער.

זאָל זײַן מיט מזל ! אױף שערבלעך זון,
אױף זונבראָך טוען מיר פֿאָרן.
און װײַסל־װינט שפּילט, און אין העלס געהילט
לױפֿן די גרינע ברעגעס,
מיט זײ די גרינגע רגעס.

גרין פֿינקלען די ברעגעס און װײַס איז דער טײַך
און אױגן האָט זי ברױנע —
אין שענסטן פֿאָלקסליד האָט נישט געגליט
אַ פּאָר הײסע אױגן אַזױנע,
גליקלעכע, ברעניקע, ברױנע.

און אַז מיר שװימען קאַ' װאַרשע צוריק,
פֿלאַמט סוף טאָג איבער פּױלן.
די זון צינדט אין װאַסער אַ גאָלדענע בריק
און די בריק לױפֿט װײַט און פֿאַרהױלן
צו ברעגעס — נישט ערד און נישט פּױלן.

אַצינד בין איך װײַט אין נאַכט פֿון דער צײַט,
אין נאַכט פֿון מײַן דור פֿאַרפֿאָרן,
נאָר װיל איך — פֿאָר איר מיט דיר קאַ' פּלאָצק
װי אין פֿאַרגאַנגענע יאָרן,
די פֿאַרב־און־קלאַנגענע יאָרן.

איך, דו און די װײַסל — מיר פֿאָר' מיר קאַ' פּלאָצק.
װיל איך — װערט עס פֿאַראַניק,
כאָטש דו ביסט נישטאָ און נישטאָ מײַן פֿאָלק
און דער סוף איז געװען מאַידאַנעק.
װיל איך — װערט עס פֿאַראַניק.

פֿאַר װאָס פֿאַראַניקט אין מיר יענער טאָג ?
פֿאַר װאָס איז ער אײביק אַצינדיק ?
אין גײַסט איז מאַידאַנעק אױך נישט דער סוף —
אין אים איז גאָרנישט פֿאַרשװינדיק,
אין אים איז גאָרנישט פֿאַרשװינדיק.

אַלץ אַצינדיקט — און װאָס איז סוף ?
שטיל װערט אין מיר װען איך פֿרעג עס,
און פֿאַר מײַן בליק נעמט לױפֿן אַ בריק —
זי לױפֿט צו געהײמע ברעגעס,
װי די בריק, װאָס די זון האָט געצונדן אין טײַך
אױפֿן װעג צװישן פּלאָצק און װאַרשע.

קרעדיטן

טעקסט : יצחק ניבאָרסקי
קאָרעקטור אויף פֿראַנצייזיש : עוולין גרומבערג
איבערזעצונג אויף פֿראַנצייזיש פֿון די לידער : בתיה בוים
בילדער־פֿאָרשונג און קאָרעקטור אויף ייִדיש : נאַטאַליע קריניצקאַ
גראַפֿישער קאָנצעפּט, דיגיטאַלער קאַטאַלאָג און פֿאָרלייענען : טל חבֿר־כיבאָווסקי
רעקאָרדירונג, קלאַנג־מאָנטאַזש און באַגלאַמאַ : שחר פֿײַנבערג

© פּאַריזער ייִדיש־צענטער — מעדעם־ביבליאָטעק, 2020

דער קולטור־סעזאָן „אַהרן צייטלין, אַ וויזיאָנערישער שרײַבער“ איז אונטערגעשטיצט פֿון דער פֿונדאַציע לזכר דעם חורבן.