אַהרן צייטלינס ווערק


אַהרן צייטלינס פּאָרטרעט דורך פֿעליקס פֿרידמאַן (לויט אַ רעפּראָדוקציע אין די ליטעראַרישע בלעטער, 1929, נומער 252).

1911

מיטאַרבעט אין די העברעיִשע קינדער־זשורנאַלן הפּרחים (לוגאַנסק) און השחר (וואַרשע).

1914

די מטרוניתא, ערשטער געדרוקטער ייִדישער טעקסט, די ייִדישע וועלט (ווילנע).

1922

מטטרון, אַפּאָקאַליפּטישע פּאָעמע (וואַרשע, 64 ז״ז).

1923

שאָטנס אויפֿן שניי, לידער (וואַרשע, 135 ז״ז).

1929

יעקבֿ פֿראַנק, דראַמע (ווילנע, 108 ז״ז, קיין מאָל נישט אויפֿגעפֿירט).

1929

ברענער, דראַמאַטישע דיכטונג (וואַרשע, 143 ז״ז, קיין מאָל נישט אויפֿגעפֿירט).

1929

ייִדנשטאָט, דראַמע (אויפֿגעפֿירט דעם 10טן נאָוועמבער אין ביאַליסטאָק, שפּעטער אין וואַרשע און אין אַנדערע שטעט ; געדרוקט אין „דראַמעס“ ב׳2, תּל־אָבֿיבֿ 1980).

1931

דזשייקאָב דזשייקאָבסאָן, גראָטעסקשפּיל (אינעם זאַמלבאַנד אַ מאָל אין אַ יובֿל, וואַרשע, ז״ז 1—86 ; נישט אויפֿגעפֿירט אויף ייִדיש ביז אין 2004).

1932

אסתּרקע און קאַזימיר דער גרויסער, ייִדיש־פּוילישע מיסטעריע (אינעם ליטעראַרישן חודש־זשורנאַל גלאָבוס, וואַרשע, נומ׳ 5 און 6 ; נישט אויפֿגעפֿירט ביז אין 1940 אין ניו־יאָרק, דערנאָך אין פֿאַרשיידענע שטעט).

1933

דער וועבער פֿון באַלוט, אַ שפּיל (קיין מאָל נישט אויפֿגעפֿירט; געדרוקט אין דראַמעס ב׳1, תּל־אָבֿיבֿ 1974).

1933

כעלעמער חכמים, קאָמעדיע (אויפֿגעפֿירט אין אָקטאָבער אין ניו־יאָרק דורך מאָריס שוואַרצעס ייִדיש קונסט־טעאַטער ; קיין מאָל נישט געדרוקט).

1934

די ייִדישע מלוכה אָדער ווייצמאַן דער צווייטער, אַ שפּיל (אינעם ליטעראַרישן חודש־זשורנאַל גלאָבוס, וואַרשע, נומ׳ 21—22, קיין מאָל נישט אויפֿגעפֿירט).

1937

ברענענדיקע ערד, ראָמאַן (וואַרשע, 335 ז״ז)

1939

אין קיינעמס לאַנד, דראַמאַטישע זעונג (אין זאַמלביכער ב׳ 4, ניו־יאָרק, ז״ז 229—382, אויפֿגעפֿירט אין 1940 אין בוענאָס־אײַרעס, אין 1941 אין קליוולאַנד און אין פּליטים־לאַגערן אין דײַטשלאַנד אין 1947)

1943

אין קאַמף פֿאַר אַ ייִדישער מלוכה, בראָשור (ניו־יאָרק, 31 ז״ז).

1944

שיר־השירים, סצעניש־מוזיקאַלישע שפּיל (אויפֿגעפֿירט אין ניו־יאָרק, קיין מאָל נישט געדרוקט).

1947

געזאַמלטע לידער, ב׳ 1 און 2 (ניו־יאָרק, 630 ז״ז).

1950

שירים ופואימות, העבעיִשע לידער און פּאָעמעס (ירושלים, 306 ז״ז)

1957

געזאַמלטע לידער, ב׳ 3 (ניו־יאָרק, 404 ז״ז).

1957

בין האש והישע, העברעיִשע דראַמאַטישע פּאָעמע (תּל־אָבֿיבֿ, 391 ז״ז)

1964

מן האָדם ומעלה, צוויי העברעיִשע דראַמאַטישע פּאָעמעס, תּל־אָבֿיבֿ, 229 ז״ז

1965

מדינה וחזון מדינה (עסייען, תּל־אָבֿיבֿ, 227 ז״ז)

1966

על יחסי הגומלין בין המדינה לגולה (עסיי, תּל־אָבֿיבֿ, 14 ז׳)

1967

המציאות האחרת ב׳1, פּאַראַפּסיכאָלאָגיע און פּאַראַפּסיכישע דערשײַנונגען (תּל־אָבֿיבֿ, 440 ז״ז)

1967—1970

אַלע לידער און פּאָעמעס אין צוויי בענד (ניו־יאָרק, 471+528 ז״ז)

1973

המציאות האחרת ב׳2, פּאַראַפּסיכאָלאָגיע (תּל־אָבֿיבֿ,   ז״ז)

געדרוקט נאָך דער פּטירה

1974

געזאַמלטע דראַמעס ב׳1 (דער וועבער פֿון באַלוט, ברענער, אין קיינעמס לאַנד ; תּל־אָבֿיבֿ, 372 ז״ז)

1975

רוח ממצולה (העברעיִשע לידער און פּאָעמעס, תּל־אָבֿיבֿ, 480 ז״ז)

1980

געזאַמלטע דראַמעס ב׳2 (ייִדנשטאָט, אסתּרקע, יעקבֿ פֿראַנק, ווייצמאַן דער צווייטער ; תּל־אָבֿיבֿ, 311 ז״ז)

1980

ליטעראַרישע און פֿילאָסאָפֿישע עסייען (ניו־יאָרק, 390 ז״ז)

1980

בין אמונה לאמנות (עסייען, 2 בענד, תּל־אָבֿיבֿ, 264+272 ז״ז)