
צייטלין איז אַ פֿילזשאַנערדיקער שרײַבער : פּאָעזיע, דראַמע, עסיי, ראָמאָן. אין גרונט אָבער איז ער אַ פּאָעט אינעם קלאַסישן זינען פֿונעם וואָרט, וואָס נעמט אויך אַרײַן טעאַטער־שאַפֿונג. ער באַווײַזט זיך אין דער ייִדישער ליטעראַטור אין סאַמע אַוואַנגאַרדיסטישן קאָך פֿון די ערשטע צוואַנציקער יאָרן אין וואַרשע. אַזעלכע שרײַבער ווי משה בראָדערזאָן (1890—1956), פּרץ מאַרקיש (1895—1952) און אורי־צבֿי גרינבערג (1896—1981) שאַפֿן — אינעם גײַסט פֿון נאָכמלחמהדיקן פּאָעטישן עקספּרעסיאָניזם — אַ מין פּאָעזיע וואָס וויל אָפּשפּיגלען דעם וועלטכאַאָס דורך בילדער פֿון גוואַלד־מעשׂים און פֿאַרשוועכערישע אויסדרוקן. זיי גרינדן נײַע זשורנאַלן באַקאַנט צו מאַכן זייערע ווערק. די נײַע שטרעמונג געפֿינט אַ ברייטן אָפּקלאַנג צווישן דער יוגנט.
דער קאַמף צווישן זינען און כאַאָס
צייטלין דער טאַטע שטורעמט אין דער פּרעסע קעגן דער „פֿאַרקריפּלטער עסטעטיק“ בײַ די אַוואַנגאַרד־טרעגערס. אַהרן צייטלין אָבער וויל בעסער רעאַגירן דורך קינסטלערישער יצירה. זײַן אַפּאָקאַליפּטישע פּאָעמע מטטרון (1922) קען אָנגענומען ווערן ווי אַ סובטילער אָפּרוף אויף דער פּאָעמע מעפֿיסטאָ פֿון אורי־צבֿי גרינבערג (1896—1981), וואָס איז דערשינען מיט אַ יאָר פֿריִער. דער נוסח איז אויך אַוואַנגאַרדיסטיש, נאָר בשעת גרינבערג באַניצט זיך מיט גאָט־לעסטערונג און בילדער פֿון טיפֿסטן פּעסימיזם כּדי צו באַשרײַבן אַן אומזיניקע, בלויז פֿון שלעכטס געטריבענע וועלט, שילדערט צייטלין אַ באַשאַף מיט אַ זינען, אין וועלכן די כאַאָטישע מענטשנוועלט, דאָס וואָס מע רופֿט געוויינטלעך „די געשיכטע“, איז בלויז איין פּנים פֿונעם אייביקנס פּלאַן.

זײַנע באַליבטע טעמעס פֿון די צוואַנציקער און דרײַסיקער יאָרן זענען : דער כּסדרדיקער קאַמף צווישן ספֿקות און גלויבן אין זײַן אייגענער נשמה, די סודותדיקע שפּיל פֿון ווײַבלעכס און מענלעכס, דער דאָרשט נאָך התגלות.
לוחות פֿון סיני אַנטקעגן זשורנאַליסטישע פּלאַקאַטן
אין אַ ריי לידער און פּאָעמעס וואַרפֿט צייטלין אָפּ, אָפֿט מאָל סאַטיריש, יעדע פּאָליטישע פּראָגראַם וואָס וואַקסט נישט פֿון אַ גײַסטיקער וויזיע, און יעדע ליטעראַטור וואָס אין איר רעאַליזם נעמט זי נישט אַרײַן „די אַנדערע רעאַליטעט“ — דאָס אויסערמענטשלעכע און איבערמענטשלעכע. באַזונדערש חוזקט ער פֿון די קליינלעכקייטן אין דער ליטעראַרישער סבֿיבֿה : כּבֿוד־זוכערײַ, קרײַזלעך־גײַסט, קעגנזײַטיקע חניפֿה. ער איז אויך זייער קריטיש צו זיך אַליין, אויף וויפֿל ער איז פֿאָרט אָנגעשטעקט מיטן חטא וואָס ער וואַרפֿט פֿאָר זײַן גאַנצן ייִדישן דור :
מיר זענען די סתּירה פֿון גאָטס יצירה,
מיר זענען די לוחות און דער פּלאַקאַט.
[…]
און טאָמער ווערט אונדז געבוירן אַ נבֿיא —
נעמט ער און ווערט אַ זשורנאַליסט.
ווי זײַן טאַטע, איז צייטלין פֿײַנטלעך צו פּאַרטייען און צו פּאָליטישע ליניעס, אָבער אין אַלגעמיין האַלט ער פֿון אַ ציוניזם וואָס זאָל זוכן זײַן וואָרצל אין מיסטיק, אַזאַ וואָס געפֿינט דערווײַל נישט קיין אויסדרוק אין דער גאַמע פֿון די פּאַרטייען און שטרעמונגען. נאָכן חורבן קומט נאָך שטאַרקער צום אויסדרוק זײַן שאַרפֿע ייִדישע נאַציאָנאַלע שטעלונג.