אַהרן צייטלין — לעבנס־דאַטעס

1898


הלל צייטלין מיטן אייניקל אַברהם האָכערמאַן, זײַן טאָכטער רבֿקהס בן־יחיד.

דעם 3טן יוני (י״ג סיוון 5658) : אַהרן אליעזר צייטלין, זון פֿון אסתּר און הלל צייטלין, ווערט געבוירן אין אוּוואַראָוויטש, ווײַסרוסלאַנד. זײַן טאַטע איז אַ באַקאַנטער דענקער און שרײַבער. נאָך אים וועלן נאָך געבוירן ווערן אַ ברודער, אלחנן (1902) און אַ שוועסטער, רבֿקה (1909).

1898—1902

די משפּחה וווינט אין האָמליע. 

1902—1905

די משפּחה וווינט אין ראָסלאַוול. ערשטע לימודים בײַ זײַן טאַטן.

1905—1908

די משפּחה וווינט אין ווילנע. לערנט זיך אין אַ חדר־מתוקן.

1908

די משפּחה באַזעצט זיך אין וואַרשע. לערנט ווײַטער אין אַ העברעיִש־פּוילישער גימנאַזיע. באַזוכט אַ הויכשול.

1911

.מיטאַרבעט אין די העברעיִשע קינדער־זשורנאַלן הפּרחים און השחר

1920

פֿאָרט אַרויס אָנהייב דעצעמבער מיט זײַן ברודער אלחנן קיין ארץ־ישׂראל. אויפֿן וועג באַזוכן זיי טשעכאָסלאָוואַקיע, אונגערן, יוגאָסלאַוויע. אַהרן אַרבעט אין זכרון־יעקב ווי אַ לערער.


די משפּחה צייטלין אין די 1930ער יאָרן. פֿון רעכטס, אויבן : נחום האָכערמאַן, אַהרן צייטלין, טאָליע (לאה) פּערלמוטער־צייטלין (אַהרנס ווײַב), אלחנן צייטלין ; אין דער מיט : רבֿקה צייטלין (אַהרנס שוועסטער), הלל צייטלין, אסתּר צייטלין (הללס ווײַב), רעניאַ צייטלין (אלחננס ווײַב) ; אונטן : דוד צייטלין (אלחננס בכור), צבֿי־דובֿ צייטלין (אַהרנס זון), אַבֿרהם האָכערמאַן (רבֿקהס זון), אָדם (אלחננס ייִנגערער זון).

1921

אַרום סוף יאָר קומען זיי צוריק אין פּוילן דורך ביירוט, מאַרסיי, פּאַריז, בעלגיע, דײַטשלאַנד.

1922

באַזעצט זיך צוריק אין וואַרשע. מטטרון, אַפּאָקאַליפּטישע פּאָעמע.

1923

שאָטנס אויפֿן שניי, לידער.

1926

האַרבסט : ווערט אַ הויפּט־מיטאַרבעטער און רעדאַקטאָר פֿון ליטעראַרישן אָפּטייל פֿון דער טאָגצײַטונג „וואַרשעווער עקספּרעס“ (זינט 1927 „אונדזער עקספּרעס“). וועט עס בלײַבן ביז זײַן פֿאַרלאָזן פּוילן אין 1939.

1927

פֿרילינג : האָט חתונה מיט טאָליע (לאה) פּערלמוטער.


טאָליע (לאה) פּערלמוטער־צייטלין, אַהרן צייטלינס ערשט ווײַב.

1929

יעקבֿ פֿראַנק, די ערשטע פֿון זײַנע צען פּיעסעס אין ייִדיש.

1930

ס׳ווערט געבוירן צבֿי־דובֿ (הירש־בער), אַהרן צייטלינס איינציק קינד.


צבֿי־דובֿ (הירש־בערעלע) צייטלין, אַהרן און טאָליאַ צייטלינס בן־יחיד (1942-1930).

1932

גיט אַרויס דעם ליטעראַרישן חודש־זשורנאַל גלאָבוס (וואַרשע) און בלײַבט זײַן רעדאַקטאָר ביזן לעצטן נומער אין 1934.

1937

ברענענדיקע ערד, ראָמאַן.

1938

דעצעמבער : פּטירה אין וואַרשע פֿון דער שוועסטער, די מאָלערין רבֿקה צייטלין־האָכערמאַן.

1939

מאַרץ : קומט קיין נ״י, פֿאַרבעטן דורך מאָריס שוואַרץ, זיך צו באַטייליקן אין די צוגרייטונגען אויפֿצופֿירן „אסתּרקע“ דורכן ייִדישן קונסט־טעאַטער. דער מלחמה־אויסבראָך סוף זומער לאָזט אים נישט צוריקפֿאָרן קיין אייראָפּע. ער פֿאַרברענגט עטלעכע חדשים אין קובאַ, וואַרטנדיק אויף אַ וויזע צו וווינען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן.

1940

צוריק אין ניו־יאָרק


אלחנן צייטלין.

1942

הלל צייטלין (לויט ווי עדות וועלן שפּעטער איבערגעבן) ווערט געזען צום לעצטן מאָל אין סעפּטעמבער אין וואַרשעווער געטאָ, אויפֿן וועג צום אומשלאַגפּלאַץ. אלחנן צייטלין שטאַרבט אין דעצעמבער אין וואַרשעווער געטאָ, ווײַזט אויס פֿון הונגער. אַהרנס ווײַב טאָליע און זייער זון ווערן געזען אין מײַדאַנעק קורץ פֿאַר זייער אומקום.

1944—1945

ס׳דערגייען קיין ניו־יאָרק נײַעס וועגן אומקום פֿון דער משפּחה אין פּוילן.

1948—1949

קומט איבער אַ שווערע קראַנקייט און האָט חתונה מיט רחל אַבראַמאָוויטש.

1950

שירים ופואימות, העברעיִשע לידער און פּאָעמעס.


אלחנן צייטלינס זכרונות, אין אַ ליטעראַרישער שטוב (2טע אויפֿלאַגע, בוענאָס־אײַרעס, 1946).

1967-1970

אַלע לידער און פּאָעמעס אין צוויי בענד.

1973

שטאַרבט אין ניו־יאָרק דעם 28סטן סעפּטעמבער און קומט צו קבֿורה אין ירושלים דעם 1טן אָקטאָבער.


אַהרן צייטלין (רעכטס) מיט אַבֿרהם סוצקעווער, סוף 1960ער – אָנהייב 1970ער יאָרן.