1898
דעם 3טן יוני (י״ג סיוון 5658) : אַהרן אליעזר צייטלין, זון פֿון אסתּר און הלל צייטלין, ווערט געבוירן אין אוּוואַראָוויטש, ווײַסרוסלאַנד. זײַן טאַטע איז אַ באַקאַנטער דענקער און שרײַבער. נאָך אים וועלן נאָך געבוירן ווערן אַ ברודער, אלחנן (1902) און אַ שוועסטער, רבֿקה (1909).
1898—1902
די משפּחה וווינט אין האָמליע.
1902—1905
די משפּחה וווינט אין ראָסלאַוול. ערשטע לימודים בײַ זײַן טאַטן.
1905—1908
די משפּחה וווינט אין ווילנע. לערנט זיך אין אַ חדר־מתוקן.
1908
די משפּחה באַזעצט זיך אין וואַרשע. לערנט ווײַטער אין אַ העברעיִש־פּוילישער גימנאַזיע. באַזוכט אַ הויכשול.
1911
.מיטאַרבעט אין די העברעיִשע קינדער־זשורנאַלן הפּרחים און השחר
1920
פֿאָרט אַרויס אָנהייב דעצעמבער מיט זײַן ברודער אלחנן קיין ארץ־ישׂראל. אויפֿן וועג באַזוכן זיי טשעכאָסלאָוואַקיע, אונגערן, יוגאָסלאַוויע. אַהרן אַרבעט אין זכרון־יעקב ווי אַ לערער.
1921
אַרום סוף יאָר קומען זיי צוריק אין פּוילן דורך ביירוט, מאַרסיי, פּאַריז, בעלגיע, דײַטשלאַנד.
1922
באַזעצט זיך צוריק אין וואַרשע. מטטרון, אַפּאָקאַליפּטישע פּאָעמע.
1923
שאָטנס אויפֿן שניי, לידער.
1926
האַרבסט : ווערט אַ הויפּט־מיטאַרבעטער און רעדאַקטאָר פֿון ליטעראַרישן אָפּטייל פֿון דער טאָגצײַטונג „וואַרשעווער עקספּרעס“ (זינט 1927 „אונדזער עקספּרעס“). וועט עס בלײַבן ביז זײַן פֿאַרלאָזן פּוילן אין 1939.
1927
פֿרילינג : האָט חתונה מיט טאָליע (לאה) פּערלמוטער.
1929
יעקבֿ פֿראַנק, די ערשטע פֿון זײַנע צען פּיעסעס אין ייִדיש.
1930
ס׳ווערט געבוירן צבֿי־דובֿ (הירש־בער), אַהרן צייטלינס איינציק קינד.
1932
גיט אַרויס דעם ליטעראַרישן חודש־זשורנאַל גלאָבוס (וואַרשע) און בלײַבט זײַן רעדאַקטאָר ביזן לעצטן נומער אין 1934.
1937
ברענענדיקע ערד, ראָמאַן.
1938
דעצעמבער : פּטירה אין וואַרשע פֿון דער שוועסטער, די מאָלערין רבֿקה צייטלין־האָכערמאַן.
1939
מאַרץ : קומט קיין נ״י, פֿאַרבעטן דורך מאָריס שוואַרץ, זיך צו באַטייליקן אין די צוגרייטונגען אויפֿצופֿירן „אסתּרקע“ דורכן ייִדישן קונסט־טעאַטער. דער מלחמה־אויסבראָך סוף זומער לאָזט אים נישט צוריקפֿאָרן קיין אייראָפּע. ער פֿאַרברענגט עטלעכע חדשים אין קובאַ, וואַרטנדיק אויף אַ וויזע צו וווינען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן.
1940
צוריק אין ניו־יאָרק
1942
הלל צייטלין (לויט ווי עדות וועלן שפּעטער איבערגעבן) ווערט געזען צום לעצטן מאָל אין סעפּטעמבער אין וואַרשעווער געטאָ, אויפֿן וועג צום אומשלאַגפּלאַץ. אלחנן צייטלין שטאַרבט אין דעצעמבער אין וואַרשעווער געטאָ, ווײַזט אויס פֿון הונגער. אַהרנס ווײַב טאָליע און זייער זון ווערן געזען אין מײַדאַנעק קורץ פֿאַר זייער אומקום.
1944—1945
ס׳דערגייען קיין ניו־יאָרק נײַעס וועגן אומקום פֿון דער משפּחה אין פּוילן.
1948—1949
קומט איבער אַ שווערע קראַנקייט און האָט חתונה מיט רחל אַבראַמאָוויטש.
1950
שירים ופואימות, העברעיִשע לידער און פּאָעמעס.
1967-1970
אַלע לידער און פּאָעמעס אין צוויי בענד.
1973
שטאַרבט אין ניו־יאָרק דעם 28סטן סעפּטעמבער און קומט צו קבֿורה אין ירושלים דעם 1טן אָקטאָבער.